אתהלך אידיש ספר מודפס + דגיטלי

מבצע!

אתהלך אידיש ספר מודפס + דגיטלי

110.00

דער בוך וואס האט באנומען טויזנטער אידן יעצט אין אידיש!

מידע נוסף

שפה

אידיש

סוג כריכה

רכה

חוות דעת

אין עדיין חוות דעת.

היה הראשון לכתוב סקירה “אתהלך אידיש ספר מודפס + דגיטלי”

האימייל לא יוצג באתר. שדות החובה מסומנים *

דער בוך וואס האט באנומען טויזנטער אידן יעצט אין אידיש!
דאס שרעקליכסטע פון אלעם, דאס בעסטע פון אלעם, און הויפטזעכליך, דאס
אומגלויבליכסטע פון אלעם – האט פאסירט אינ'ם לעבן פון אהרן מרגלית.
דער שאק וואס זיין פערזענליכע געשיכטע פאראורזאכט פאר יעדן ליינער – איז
זעלבסט פארשטענדליך! דער שטורעם וואס ערוועקט זיך בשעת'ן ליינען – איז
גארנישט איבערראשנד! ווייל עס טרעפט זיך נישט קיין מענטש מיט אזא דראמאטישע
לעבנס געשיכטע, איבערגעפולט מיט געשעענישן און נסים, באלאדנט מיט אזויפיל
פארמעסטונגען און נסיונות – און בעיקר, ארומגענומען מיט אמונה און בטחון אין השי"ת
– וואס וועט גענצליך איבערדרייען אייער קוק-ווינקל אויף דער וועלט.
פון אלס קליין קינד איז אהרן מרגלית אדורך זעלטענע שוועריקייטן. און טראץ דעם
אלעם, צוזאמען מיט זיין פיזישן אויפבוי, האט זיך אהרן מרגלית "ארויפגעווארפן" אויפ'ן
לעבן. געלערנט און געארבעט, אויפגעשטעלט א שיינע שטוב, א בליענדע ביזנעס, און
צווישן אנדערע אויך געגרונדעט דעם וועלט'ס פראגראם "חפץ חיים", צוזאמען מיט א
רייע פראיעקטן צו שטארקן די מצוות פון בין אדם לחבירו.
פאר ארום צען יאר צוריק האט מען אנטדעקט א שעדליכער געוויקס אויף זיין באק.
דער גרעסטער פראפעסאר אין דעם געביט האט אים באשטימט בלויז 8 וואכן צו לעבן!
אהרן, וועלכער איז שוין פראקטיצירט ווי אזוי מען ראנגלט זיך פאר'ן רעכט צו טאן ווילאנג
מען לעבט – איז ארויס אין א קאמף. און ער לעבט. אויך ווען ער איז קראנק געווארן א
צווייטן מאל מיט די שרעקליכע מחלה ה"י, און אויך ביים דריטן מאל, האט ער נישט
געהויבן הענט און נישט אויפגעהערט צו קעמפן.
אין קאנטראסט צו אלע אויסזיכטן, לעבט דער מענטש א גליקליך לעבן, פול
מיט אמונה און אויפטואונגען. לעצטנס איז ער אויך געווארן א רעדנער וואס
האלט ארום 350 רעדעס א יאר. ער פארמאגט איבער די וועלט – ארום 750
טויזנט אויערן. און דעם זעלבן צאל, אויך פארטרערטע אויגן...
די לעבנס קאפיטלען פון אהרן מרגלית זענען פול מיט אמונה,
בטחון, אנטשלאסנקייט און אפטימישקייט. דער מוסר השכל וואס
קומט ארויס פון די געשיכטע: קיינמאל קענסטו נישט אראפווארפן
פון דיר די פאראנטווארטליכקייט פון דעם וואס קומט פאָר אין דיין
לעבן. דו טראגסט א פליכט, עס זענען דיר צוגעגרייט אויפגאבעס,
אין יעדן צושטאנד און ביי יעדע פארמעסטונג.
די אומבאגרייפליכע געשיכטע איז פארוואנדלט געווארן
צו א בוך וואס אזיינס האט איר נאכנישט געליינט!
אידיש